קלימאט ספציאליסטן און אבזערווירער זענען ערשטוינט פון וואס קומט פאר אינעם צפון שפיץ פון די וועלט, אין די צייט ווען געווענליך אין דעם צייט אין יאר הערשט דארט א פראסטיגע ווינטער איז דאס יאר היבש זומערדיג אין פילע טיילן פונעם ארקטישן אייז, און פלעצער וועלכע זענען געווענליך באדעקט מיט א דיקע שיכט אייז זענען יעצט אויפגעלאזט.

וויסנשאפטלער צייגן אן אז אין געוויסע טיילן פון אייראפע איז יעצט קעלטער ווי אינעם צפון שפיץ, צוליב די שטארקע קעלט אין אייראפע און די אומגעווענליכע ווארימקייט אין אנטארטיקע, די ווארימקייט קומט טראץ וואס די וועלט טייל איז יעצט איינגעהילט אין 24 שטונדיקע פינסטערניש און זעט נישט די שיין פון די זון.

די קלימאט איז געשאצט צו זיין דאס ווארימסטע וואס מען האט סיי ווען אבזערווירט אויפ׳ן צפון שפיץ, און קומט אלס שאק צו ווינסטשאפטלער וועלכע האבן נישט פאראויסגעזען אזא אנווארמונג און פרובירן צו פארשטיין דער אורזאך דערפון. די קלימאט ווערט געשאצט צו זיין מיט צענדליגע גראד העכער ווי די נארמאלע טעמפארעטור פאר די צייט אין יאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל