א טאג נאכדעם וואס רוסלאנד האט וועטאאירט א רעזאלוציע צו פארדאמען איראן איבער אירע אקטיוויטעטן אין תימן האבן די 4 גרויסמאכטן וועלכע זענען אונטערגעשריבן אויפ׳ן איראנער נוקלעארער אפמאך ארויסגעגעבן א געמיינזאמע פארדאמונג קעגן איראן פאר׳ן פארלעצן א אינטערנאציאנאלע וואפן עמבארגא און שיקן וואפן פאר די חוטי רעבעלן אין תימן וועלכע קעמפן קעגן די סאודי געשטיצע רעגירונג.
פראנקרייך, אמעריקע, בריטאניע, און דיישטלאנד טוען אינעם סטעיטמענט אונטערשטרייכן אז איראן טוט מיט אירע שריט שטעלן אן ערנסטע געפאר פון אויפפלאקערן דעם ראיאן, און האבן אונטערגעשטראכן די פרואוון פון די חוטי רעבעלן צו שיסן מיסילס אויף סאודי אראביע.
אויסער די 4 גרויסמאכטן זענען אויך רוסלאנד און כינע אונטערגעשריבן אויפ׳ן נוקלערארער אפמאך, און רוסלאנד האט זיך געשטעלט צו די זייט פון איראן און געזאגט אז די פארדאמונג טוט פארדרייען די פאקטן און נעמט אן איינזייטיגע שטעלונג קעגן איראן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה