דער פרעזידענט פון אפגאניסטאן אשראף גאני האט נעכטן עפנטליך אפעלירט צו די טאליבאנער גרופעס זיך צו אראפזעצן צום טיש פאר געשפרעכן מיט זיין רעגירונג און געזאגט אז ער איז אפן צו די מעגליכקייט אז זיי זאלן דינען אין די צוקונפט אלס א לעגיטימע טייל פון זיין רעגירונג אלס א פאליטישע פארטיי.

אין זיין ביטע האט ער געזאגט אז עס איז געקומען די צייט צו ענדיגן די בלוטיגע קריג פון 16 יאר וואס האט שוין געקאסט איבער 150,000 טויטע, און גערופן פאר א נאצינאלע דיאלאג זאגנדיג אז ער איז גרייט צו עפענען פארהאנדלונג אן קיין שום באדינגונגען פון פאראויס.

עס איז דאס ערשטע מאל וואס דער פרעזידעט דרוקט אויס גרייטקייט צו רעדען מיט אלע פראקציעס פון די טאליבאן, און עס קומט נאכדעם וואס לעצטנס האבן פילע מערב וועלט לענדער גערופן פאר אזא דיאלאג, און אזוי אויך האבן די טאליבאנער לעצטנס פארעפנטליכט א בריוו אין וועלכע זיי דרוקן אויס גרייטקייט פאר שלום אויב אמעריקע ציהט זיך ארויס פון לאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל