וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז וועט אין די נאענטע טעג אריבערשיקן צו קאנגרעס, א ליסטע פון אירע פריאריטעטן פאר א ביל וועלכע וועט גרונטליך רעפארמירן דעם אמעריקאנער טורמע סיסטעם, און צווישן די פריאריטעטן זענען דאס אז מען זאל ארבעטן מיט ארעסטאנטן בעיקר אז זיי זאלן זיך קענען צוריק איינגלידערן אין געזעלשאפט, זיי היילן פון זייערע גייסטישע פראבלעמען, און זיי געבן ארבעט טרענירונג. דזשעראד קושנער איז דער וואס האט שטארק געלייגט דרוק אויף פרעזידענט טראמפ פון דער ערשטער מינוט, אז מען זאל רעפארמירן די פעדעראלע טורמע און אורטיילונג פראצעדור, און עס איז געווען א זאך אויף וואס אידישע עסקנים האבן ארויסגעקוקט. אצינד האט דאס ווייסע הויז געשיקט צו קאנגרעס אירע פריאריטעטן, וואס אנטהאלט בעיקר צו מאכן גרינגער די סיטואציע פאר ארעסטאנטן בשעת זיי זיצן, און מען קוקט ארויס אז ס'זאל ווערן באשטעטיגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל