סיאטעל – די טעכנאלאגיע און אינטערנעט ריז "עמעזאן", האט געשלאסן אן אפמאך אפצוקויפן די באקאנטע פירמע "רינג", וועלכע פראדוצירט ווידעא טיר-קלינגערס. "רינג" איז באקאנט אלס איינס פון די שנעלסט-וואקסנדע קליינע טעכנאלאגיע פירמעס, און עס איז בעיקר באקאנט געווארן איבער'ן לאנד, נאכדעם וואס די רייכע אינוועסטירער פונעם אינוועסטמענט-פראגראם "שארק-טענק" האבן זיך אנטזאגט אין יאר 13' צו אינוועסטירן דערין, אפלאכנדיג אז ס'וועט נישט האבן קיין סוקסעס. דער גרינדער דזשעימי סימענאף האט נאכ'ן דורכפאל אין יאר 13', געטוישט דעם נאמען פון "דאור-באט" צו "רינג" און האט אנגעהויבן צו זען סוקסעס, און אצינד האט אים עמעזאן אפגעקויפט. טראץ וואס דער פרייז איז נישט באקאנט, הערט מען אז ס'איז עמעזאן'ס צווייט-גרעסטע אויסקויף אין היסטאריע, איינס נאך "האל-פודס", וואס באדייט אז ס'איז ארום 1.2 ביליאן דאלאר (ווייל ביז יעצט איז די צווייט-גרעסטע געווען "זעפּאוס" און עמעזאן האט דאס געקויפט פאר ארום 1 ביליאן דאלאר).

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל