דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מולער איז נאכנישט פערטיג מיט פאול מאנאפארט, דער געוועזענער פארזיצער פונעם טראמפ קאמפיין, און האט אים באשולדיגט מיט פרישע שטייער שווינדל און באנק שווינדל קלאגעס. א געריכט אין ווירדשינע מיט א גרענד דשורי האט אים געפונען שולדיג אין 32 שטייער און באנק פארברעכנס. דאס איז נאכדעם וואס מיט עטליכע מאנאטן צוריק איז ער געפונען געווארן שולדיג אין געלט וואשעריי און פאר׳ן פאהוילן די פאקט אז ער איז אן אגענט פאר א פרעמדע רעגירונג. די נייע קלאגעס באשולדיגט מאנאפארט און זיין שותף ריק געיטס אין פארהוילן ארום 30 מיליאן דאלער אין איינקונפטן, און ארום 20 מיליאן דאלער אין באנק שווינדל. די געלטער האבן זיי באקומען פון פרא-רוסישע קוועלער אין אוקראינע, און טראץ וואס די קלאגעס זענען נישט דירעקט פארבינדן מיט די אויספארשונג פון מולער ארום די רוסישע אינטערווענץ האט ער אבער די לעגאלע אויטאריטעט צו אויספארשן פארברעכנס וועלכע קענען זיין פארבינדען צו זיין אויספארשונג.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה