דער אהיייא גאווערנער דשאן קעיסיק האט טאקע פארלוירן די רעפובליקאנער נאמינאציע אינעם פארלאפענעם פארמעסט, אבער האט זינט דאן נישט געענדיגט זיין קאמפיין, ער איז דער מערסט אויסגעשפראכענער קעגנער פון פרעזידענט טראמפ און באהאלט נישט זיינע ווייטערדיגע פאליטישע אספיראציעס און א מעגליכע פריימערי פארמעסט קעגן פרעזידענט טראמפ אין 2020, אבער ווי עס שיינט יעצט ארבייט דער גאווערנער אונטער די קוליסן אויך פאר די מעגליכקייט פון אויפבויען א קאמפיין און לויפן אלס זעלבסשטענדיגער קאנדידאט.
פאליטישע אנאליסטן צייגן אן אז קעיסיק וועט אין די קומענדיגע וואכן און חדשים רייזן ארום אמעריקע זיך צו טרעפן מיט איינפלוסרייכע מענטשן און גרופעס וועמענס שטיצע ער דארף האבן פאר א פרעזידענטליכע פארמעסט, א ווארטזאגער פאר קעיסיק זאגט אז אויב פרעזידענט טראמפ לויפט נישט פאר ווידערערוויילונג וועט קעיסיק נאכאמאל זוכן צו באקומען די רעפובליקאנער נאמינאציע.
אבער ווי עס שיינט פלאנט דער גאווערנער צו לויפן אלס זעלבסשטענדיגער קאנדידאט אויב טראמפ לויפט יא נאכאמאל, און עס האט זיך אנגעזען די וואך ווען ער האט גענומען א גאר מעסיגע שטעלונג איבער גאנס וואס איז פאפולער ביי דעמאקראטן און זעלבסשטענדיגע וויילער אבער נישט ביי טראדיציאנאלע רעפובליקאנער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה