די נאציאנאלע פאראיין פאר שולע פאליציי וואס נעמט אריין 4,500 פאליציי אפיצירן וואס באוואכן שולעס האבן געזאגט אז זיי זענען קעגן דעם געדאנק וועלכע איז אויפגעברענגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ צו באוואפענען שולע לערערס מיט וואפן און זיי טרענירן צו רעאגירן צו שולע שיסערייען, זיי זאגן אז דאס וועט ברענגען מער אומגעקומענע צוליב די כאאס וואס דאס וועט שאפן אין פאל אז פאליציי וועט נישט וויסן ווער עס איז דער שיסער און ווער עס זענען די באוואפנטע לערעס. אזוי אויך זאגן זיי אז אפיצירן ווערן טרענירט לאנגע חדשים וויאזוי צו רעאגירן צו שולע שיסעריי, און געבן וואפן פאר לערעס וועלכע האבן נישט גענוג טרנירונג קען זיך ענדיגן קאטעסטראפאל.

דער פרעזידענט האט געזאגט אז ״א שיסער וועט זיך נישט וואגן צו אריינקומען אין א שולע ווי ארום 20 אדער 40 פערצענט פון די לערערס זענען באוואפנט״ א פאזיציע וועלכע ווערט געשטיצט דורך די גאן לאבי וועלכע שטעלט זיך קעגן די פאליסי צו האלטן שולעס פריי פון וואפן, אבער אנדערע רעפובליקאנער פאליטיקאנטן זענען שוין אויך ארויסגעקומען קעגן דעם פלאן זאגנדיג אז לייגן מער וואפן אין שולעס איז נישט די לעזונג נאר שטרענגערע רעגולאציעס איבער ווער עס קען קויפן א גאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל