א פרוי פון שיקאגאו האט פארעפנטליכט א דאנק-בריוו פון אלבערט איינשטיין צו איר טאטן, פאר'ן העלפן אידן אנטלויפן פון די נאציס.

עניד ברוינשטיין דערציילט אז איינשטיין האט געשיקט דעם בריוו צו איר פאטער, דעיוויד פינק, אין יוני 939', ווען א סך אידן האבן פרובירט אנטלויפן פון נאצי-דייטשלאנד הארט פאר'ן אויסברוך פון דער מלחמה.

פינק, א ניו יארקער באנקיר, האט געהאלפן פינאנצירן די אימיגראציע-קאסטן פון א צאל אידן.

דער בריוו איז דער דריטער אזא דאנק-בריוו וואס האט זיך דערווייל אפגעזוכט פון איינשטיין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל