תל אביב – די פאליטישע ערדציטערנישן אין מדינת ישראל שטעלן זיך נישט אפ, און נעכטן האט מען געהערט אנטוויקלונגען אינעם "בזק קעיס". דער קעיס איז אן אויספארשונג איבער קארופציע אינערהאלב דער "בזק" טעלע-קאמיוניקאציע פירמע, אונטער'ן אייגענטום פון שאול עלאוויטש, און זיין נאענטשאפט מיט פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, און עס ווערט ספעציפיש באשולדיגט אז ביבי האט געהאלפן עלאוויטש'ס ביזנעס, אין אויסטויש אז עלאוויטש'ס פאפולערע "וואלא" נייעס אגענטור וועט געבן פאזיטיווע דעקונג פאר ביבי. אצינד איז אויפגעדעקט געווארן אז דער פראקוראר, וועלכער פירט די אויספארשונג, האט פריוואט קאמיוניקירט מיט'ן ריכטער אינעם קעיס, און פון די מעסעדזשעס, וואס זיי האבן אויסגעטוישט צווישן זיך, זעט אויס אז זיי האבן קאארדינירט צו באשמוצן ביבי'ן און ברענגען וואס מער קלאגעס. אלס רעזולטאט פון דער אויפדעקונג, וואס ס'איז אומלעגאל פאר א פראקוראר און ריכטער צו קאארדינירן אויף אזא פארנעם, זענען 4 פון די 7 ארעסטירטע אינעם קעיס באפרייט געווארן.
הוסף רשומת תגובה