וואשינגטאן – נאך א טאג האט זיך געשלאסן, און ווידער האט די אישו פון גאן קאנטראל אנגעהאלטן די העדליינס איבער'ן לאנד, ווען פרעזידענט טראמפ האט זיך נעכטן געטראפן מיט גאווערנארס פון איבער'ן לאנד, פאר א זיצונג אין ווייסן הויז, און ביים צוזאמטרעף איז די הויפט אישו געווען גאן קאנטראל.

פרעזידענט טראמפ האט אדרעסירט די גאווערנארס, און האט ארויסגעשטעלט זיינע פארשידענע פארשלאגן, צו פארשטערקערן גאן קאנטראל, און ספעציפיש צו פארזיכערן אז עס קומט נישט אן אין די הענט פון געפארפולע און גייסטיש-קראנקע פארשוינען. ער האט ווידערהאלט, אז ער וויל קאנגרעס זאל נאך די וואך עפעס באשטעטיגן.

טראמפ האט אויך קריטיקירט דעם פאליציי אפיציר וועלכער איז נישט אריינגעלאפן בשעת דער פלארידע שיסעריי, נאר האט זיך אויסבאהאלטן אין פחד. טראמפ האט באצייכנט דעם אפיציר אלס א פחדן, ציענדיג א פאראלעל צו זיך, אז אויב וואלט ער אליין דארטן געווען, אפילו אומבאוואפנט, וואלט ער יא אריינגעלאפן אינעווייניג און נישט געבליבן אינדרויסן.

עטליכע גאווערנארס האבן אויסגעדרוקט זארג איבער טראמפ'ס פלאן צו באוואפענען טיטשערס, און טראץ וואס דער צוזאמקום איז געווען ציוויל און רואיג, איז יא געווען א דראמאטישע מינוט, ווען דער דעמאקראטישער וואשינגטאן סטעיט גאווערנאר, דזשעי אינסלי, האט קאנפראנטירט טראמפ און געזאגט אז ער ווינטשט זיך אז "ס'זאל זיין ווייניגער טוויטער-באנוץ".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל