לאנדאן - יעצט אין די טעג בעפאר פורים, גייט אהן א גרויסע קאמפיין פון שומרים סטעמפורד הילל צו מאכן געלט פאר די וואן-וועי סיסטעם אויף די געסער כדי די טאג פון פורים זאל זיין פאר אייך א געשמאקע טאג אהן קיין טרעפיק אין עגמת נפש, וועגן דעם האט שומרים אינטערגענומען די יערליכע קאמפיין צו פארשאפן £19,000 צו איינשטעלן אויף די געסער די וואן-וועי סיסטעם וואס אלע אהן אויסנאם האבן הנאה פון דעם.

אבער יעדע יאר וואס מער עס גייט אריבער פארגעסט מען שוין פון די פריער׳דיגע יארן וואס עס איז נישט געווען קיין וואן-וועי, ווי יעדער אהן אויסנאם האט ליידער געליטן דערפון, מענטשן וואס דארפן טראגן משלוח מנות צו די אנדערע עק שטאט פלעגן קענען זיין אין טרעפיק פאר שעות, אידן פלעגן זיך ליידער אפרעדן אז עס איז נישט דא קיין ערגערע טאג ווי פורים רח״ל, אבער זייט שומרים האט זיך אינטערגענומען די חשובע אינטערנעמונג האט זיך דאס ממש געטוישט, מענטשן האבן הנאה צו גיין טראגן משלוח מנות, גיין נאך געלט, גיין באזוכן די עלטערן וכדו׳.

איז דעריבער געבעטן געווארן פארן חשובע ציבור זיך אנצורופן ווארעם מיט גרעסערע סכומים כדי צו פארשאפן די געוואלדיגע סכום פון £19,000 דעריבער אויב האט איר נאכנישט געגעבן דריקט אויפן עדווערט וועט איר זיך פארבינדען מיט די וועב-זייטל כדי צו קענען געבן אייער חשובע נתינה.

בילד

פון לוח היום


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל