יוטא – באריכטן נעכטן האבן געצייגט, אז מיט ראמני, דער געוועזענער מאסעטשוסעטס גאווערנאר און רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט, האט שוין ענדגילטיג באשלאסן צו לויפן פאר'ן אפענעם רעפובליקאנער סענאט זיץ אין יוטא, און ער וועט דאס היינט מעלדן אפיציעל. דער סענאט זיץ איז ליידיג, וויבאלד דער יעצטיגער סענאטאר אורין העטש וועט רעטייערן און נישט זוכן ווידערוויילונג, און ראמני זוכט אויסצונוצן די געלעגנהייט פון טראמפ'ס אומפאפולאריטעט אין יוטא, צו לויפן פאר'ן סענאט זיץ. ראמני איז דער סאמע גרעסטער רעפובליקאנער אנטי-טראמפ פיגור אין לאנד, און דעריבער וועט זיין אינטערעסאנט צו זען וויאזוי עס וועט זיך אויסקאכן און צי טראמפ וועט אינדארסירן ראמני'ס קעגנער אין די רעפובליקאנער פריימערי.

ראמני האט למעשה געזאגט מיטוואך נאכט אז ער וועט אפשטופן זיין מעלדונג, אין שאטן פון די פלארידע שיסעריי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל