וואשינגטאן – א פרישער באריכט פון "סי-ען-ען" צייגט, אז מער ווי הונדערט איינגעשטעלטע אין ווייסן הויז האבן, אמווייניגסטנס ביז פארלאפענעם נאוועמבער, נישט געהאט די נויטיגע "סעקיוריטי קלערענס" באשטעטיגונג (וואס דאס באקומט מען ווען די עף-בי-איי ענדיגט די "בעקגראונד טשעקס" אויפן פערזאן'ס פארגאנגענהייט), אז זיי מעגן האבן צוטריט און קוקן האקעלע קלאסיפייד דאקומענטן, און עס איז נישט קלאר וויפיל פון זיי האבן שוין למעשה זינט דאן יא באקומען זייער "קלערענס". צווישן די איינגעשטעלטע וועלכע האבן נאכנישט געהאט די סעקיוריטי קלערענס פארגאנגענעם נאוועמבער, זענען געווען אזעלכע הויכראנגיקע ווי דזשעראד קושנער, זיין פרוי/טראמפ'ס טאכטער, פרעסע סעקרעטארין סערע סענדערס און ווייסער הויז לאיער דאן מעקגעהן. די גאנצע זאך קומט אינמיטן אן אנגייענדיגן סקאנדאל, אז שטאב–הויפט דזשאן קעלי האט ערלויבט ראב פארטער צו דינען אויף א הויכע פאזיציע, טראץ'ן נישט האבן קיין סעקיוריטי קלערענס צוליב א קרימינאלע פארגאנגענהייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל