ניו יארק – מען האט נעכטן געהערט אז די לעבנס-געבליבענע מיטגלידער פון משפחת אזאן הי"ו, וועלכע האבן איבערגעלעבט דאס שרעקליכע פייער פארלאפענעם יו"ט חנוכה אין ברוקלין, זענען ענדליך באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאכ'ן אריבערגיין שווערע און אינטענסיווע באהאנדלונג. דאס פייער האט פאסירט אינעם היים פון משפחת אזאן, פון וועלכע די מוטער ע"ה און 3 קינדער ע"ה זענען ליידער טראגיש אומגעקומען, און דער פאטער ר' יוסף און צוויי פון זיינע קינדער האבן ב"ה איבערגעלעבט, נאר געליטן שווערע וואונדן. זיי זענען אריבער באהאנדלונגען אין שפיטאל, און האבן זיך ענדליך ערהוילט – און ווי מען הערט, וועלן די מעדיצינישע בילס זיין אסטראנאמיש הויך, וואס וועט געדעקט ווערן דורך די 680,000 דאלער וואס אידן רחמנים בני רחמנים האבן אויפגעטריבן אין אן אנליין קאמפיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל