נאך לאנגע וואכן פון שפעקולאציעס האבן נעכטן קוועלער נאענט צו מיט ראמני באשטעטיגט, אז ער גרייט זיך צו לויפן אין די קומענדיגע וואלן אלס דער רעפובליקאנער קאנדידאט. ראמני איז דער געוועזענער גאווערנער פון מאסעטשוסעס און דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר פרעזידענט אין 2012. אצינד, ווען די סענאט זיץ אין זיין היימשטאט יוטא ווערט ליידיג צוליב דער רעזיגנאציע פון ארין העטש, וועט ראמני אויסנוצן די געלעגנהייט פריש אריינצוקומען אין דער פאליטישער ארענע. עקספערטן זאגן אז אויב ער וועט לויפן איז כמעט זיכער אז ער וועט געווינען אין דער סטעיט וואו ער איז גאר שטארק פאפולער, צוליב זיין ראלע וואס ער האט געשפילט אין דער פארגאנגנהייט אין העלפן דעם סטעיט. אלס סענאטאר דערווארט מען אז ער זאל פארטרעטן דאס מעסיגע פליגל פון רעפובליקאנער, וועלכע זענען אומצופרידן פון טראמפ, און עס צירקולירן שוין שפעקולאציעס אז זיין זיץ אין סענאט איז מעגליך א שפרינג-ברעטל פאר א מעגליכע פריימערי פארמעסט קעגן פרעזידענט טראמפ אין 2020.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל