פון הרב משה נחום קרויס

פארווארט

א תלמיד חכם האט באגלייט הגאון רבי ניסים קרליץ שליט”א פון חיפה קיין בני ברק, זיי האבן געווארט ביים באס סטאנציע. ביי די באס  סטאנציע איז געווען צוויי באס ליניע'ס, איינס א ‘נאנסטאפ' וואס פארט פון חיפה קיין בני ברק אן זיך אפשטעלן אויפן וועג, און די צווייטע ליניע האט זיך אפגעשטעלט אויפן וועג אויפצונעמען נאך פאסיזישערן. די באס וואס פארט נאנסטאפ קומט געווענליך אן פופצן מינוט בעפאר די צווייטע באס. אין די טאג האט די נאנסטאפ באס געשפעטיגט צו קומען, דער דרייווער פון די צווייטע ליניע האט געלאזט וויסן פאר די אלע וואס ווארטן אז עס וועט נעך נעמען פופצן מינוט ביז די נאנסטאפ באס וועט אנקומען צום סטאנציע.

רוב מענטשן זענען נישט ארויף אויפן באס, זיי זענען געבליבן ווארטן אויף די נאנסטאפ באס. הגאון רבי ניסים שליט”א איז יא ארויף אויף די באס, און ער האט דערביי ערקלערט פאר זיין באגלייטער די סיבה פארוואס רוב מענטשן זענען נישט ארויף, אפילו ביידע באסעס גייען אנקומען די זעלבע צייט אקוראט. ער האט געזאגט דברים יסודיים מאד: פארן נאנסטאפ באס טוען די מענטשן נאר ווארטן פאר זיך זעלבסט! אבער פארן צווייטן באס טוט מען ווארטן פאר ‘יענעם', צו ווארטן פאר יענעם דאס איז שוין שווער! - עמוק עמוק איז די ביאור הנפלא, דאס טוט ערקלערן אן א שיעור אויפפירונגען פון די מענטשהייט.

אינעם דיזן מאמר וועלן מיר בעז”ה ארומרעדן איבער די מושג פון ‘טירחא דציבורא' וואס מיסודה איז די שוועריגקייט אז מ'ווארט פאר יענעם, מ'ווערט אויפגעהאלטן צוליב יענעם. מיר וועלן זעהן אז עס איז נישט קיין מושג פון ‘נערווען' נאר א רעליסטישע מהות וואס איז נטבע אינעם נפש האדם. צווישן אנדערע וועלן מיר פראבירן צו פארשטיין די אנגעצויגענקייט (כעס בלע”ז) וואס נעמט ארום ‘דרייווער' בשעת'ן דרייווען. ווי אויך וועט עס ערקלערן די מושג פון Road Rage . - מיר וועלן זעהן ווי דריי ווערטער אין די הייליגע גמרא טוט שיינען א ליכט אויף די נושא. וחפץ ה' בידינו להצליח.

בילד


די ארטיקל איז צו לאנג, טא קליקט דא צו לייענען די איבריגע.

אין מכבדין בדרכים

די הייליגע גמרא במסכת ברכות (מו ע”ב) לערענט אונז: תנו רבנן ‘אין מכבדין לא בדרכים’ וכו’ עברי טייטש: מ’איז נישט מכבד איינעם דעם אנדערן, אויפן וועג, זאגענדיג גיי פאראויס (רש”י) לויט טייל מפרשים רעדט זיך די גמרא ווען מ’געפינט זיך אינעם שטאט. רבינו יונה לערענט עס אז רעדט זיך ביי די אינטערסעקשאנ’ס צווישן איין שטאט אינעם אנדערן, ווייל ‘ההולכים שם נחפזים לדרכם’ די גייער’ס יאגן זיך, און עס איז נישט קיין דרך ארץ אויפצוהאלטן אנעדע צוליב’ן מכבד זיין אנדערע.

די מאירי על אתר שרייבט שטארקע ווערטער, וזה לשונו: אף על פי שראוי לאדם לכבד הבריות, יש מקומות שאין חיוב לכבדם בהם, ואין בכבוד שבהם שום סלסול ולא מצד המוסר. והוא שאמרו שאין מכבדין בדרכים, ועיקר פירושה אף בתוך העיר מפני שאין לדבר סוף ויהא יומו קצר למלאכתו, וכן שמעכב בני רשות הרבים למלאכתם (עי”ש שחולק על רבינו יונה). באידיש: אפילו אין אלגעמייין איז ראוי מכבד צו זיין די מענטשהייט, איז דא ערטער וואס איז נישטא קיין חיוב מכבד צו זיין, און אפילו מצד המוסר נישט. דאס איז וואס חז”ל זאגן ‘אין מכבדין בדרכים’ ווייל שטעלט אייך פאר אז מ’פאנגט אן מכבד צו זיין די דורכגייער, איז דאך אין לדבר סוף, ס’וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן און מ’וועט דערביי אויפהאלטן אנדערע מענטשן. נאך מער מ’האלט אפ מענטשן פון גיין צו די ארבעט, ע”כ.

די ווערטער פון די מאירי טוט ערקלערן די וויכטיגקייט און אחריות וואס דרייווער האבן, לאמיר נעמען א ביישפיל פון חיי יום יום און זעהן ווי ריכטיג זענען די ווערטער פון די חז”ל אין ראשונים.

א רויש א געטומל, קארן, באסעס, דערליווערי טראק’ס און ווער אלס נישט טוען פארן אויפן שאסיי, עס איז אין די אינדערפרי
שעות א יאגעניש צום בזיעת אפיך הערשט אין די לופט. איינער באשליסט דאן צו פירן זיין ביזנעס בשעת’ן דרייווען ער קאלט און שרייבט, ליינט און הערט, און בשעת מעשה טוט ער פארן אונטערן אנגענומענעם ספי”ד לימי”ט, זיין שטייטקייט טוט אפהאלטן צענדליגע אויב נישט הונדערטער מענטשן פון אנקומען צו זייער ארבעט, תלמוד תורה, כולל אד”ג. און ווען מ’געט א פייף פארן יעניגן זיך אונטערצואיילן וועט ער נאך ברוגז ווערן און גאר פארשטייטערן זיין גאלאפ. יונגערמאן אייל דיר צו, האלט נישט אויף אנדערע. חז”ל האבן מוותר געווען אויף כבוד הבריות נישט אויפצוהאלטן אנדערע, דעריבער ביטע איילט אייך צו.

בספר מעשה איש (חלק ה’ עמוד קמז) איז רבי אהרן זיס מעיד אויפן גרויסן חזון איש זצוק”ל, אז ער האט איינמאל געווארט אויפן באס ביים סטאנציע. ווער דער באס איז אנגעקומען האט מען אים געוואלט לאזן ארויפגיין און נישט ווארטן אין שורה, אבער דער חזון איש האט נישט געוואלט מקדים זיין די וואס זענען געשטאנען בעפאר אים, און געזאגט ‘כ’האב צייט’! כנראה האט דער גאון דאן אינזינען געהאט מקיים צו זיין דברי חז”ל פון ‘אין מכבדין בדרכים’.

Road Rage

הגאון רבי שלמה וולבה זצ”ל איז געווען באוויסט מיט זיין אויסערגעווענליכע מנוחת הנפש, זיין דמות איז געווען רואיגקייט. מ’האט אים קיינמאל נישט געזעהן זיך ממהר זיין, אדער במצב פזיזה. ער האט ביי א געלעגנהייט געזאגט אז די שיטה המיוחדת פון די תלמוד תורה אין קעלם איז געווען געבויט אויף צוויי עקרים, אויף סדר, און אויף מנוחת הנפש.

אט דער גאון במנוחה האט זיך אמאל מתלונן געווען אויף די רגעים ווען ער געפונט זיך בנסיון אין מנוחת הנפש, און ווען איז דאס? ווען ער פארט אין א קאר, באס אד”ג. און אזוי האט ער געזאגט: אויב זיץ איך אין א אוטובוס, און פאר מיר פאהרט א קאר אביסעלע שטייטלעך. שפיר איך שוין א נסיון זיך נישט אויפצורעגן אויפן דרייווער פונעם קאר, פארוואס פארט ער נישט שנעלער? פארוואס שטערט עס מיר אזוי? מאקסימום וועט מען אנקומען א ‘האלבע’ מינוט שפעטער, פארוואס רעגט מיר עס אזוי אויף?

אולי – האט רבי שלמה ממשיך געווען- אולי א נסיעה מיט א אויטא איז יוצרת מדות חדשות, באשאפט נייע מדות, עס באשאפט א מדה וואס הייסט ‘מהר’ \שנעל דאס הייסט אז מ’שפירט א צורך צו פארן ווי שנעלער, ע”כ (ספר דמות מבית ‘דיקונא’).

בשבתי עם חברים האבן מיר דאן געווען, וואס איז טאקע די סיבה פארוואס ווען מ’דרייווט ווערט מען אזוי שנעל גערעגט, און מ’רעגט זיך אויף יעדע קלייניגקייט ממש. נאך מער, לאמיר אויסברייטערן די קשיא פון רבי שלמה, אויב מיר זעהן אז א קאר בעפאר אונז פארט ממש א נומער 2 אונטערן ספיד לימיט )אדער גענוי אויפן ספי’ד לימיט( גייען מיר ממש ארויס פון די גלייזן, מ’וועט פייפען, בלינקען מיט די העדלייט’ס, טעילגעיט”ן אד”ג, וואס געשעהט מיט אונז, וואס איז גורם די נייע מדה פון ‘מהר’ ווי דער משגיח רופט עס אן?

די פראגע ערגבערט די פסיכילאגישע וועלט, זיי האבן עטליכע ערקלערונגען דערויף, מיר וועלן זיך בעיקר באציען להנוגע לענינו. – געווענליך ווען א מענטש געפונט זיך אין א קאר איז עס צוליב די סיבה פון אנקומען פון פוינט A צו פוינט B, דאס הייסט מ’פארט אנצוקומען צו א ציל, דאס עצם פארן איז א ציל אויף אנצוקומען. און ווען איינער פארט שטאהט אד”ג שטערט מען דעם מענשט פון אנצוקומען צו זיין ציל, נו, פארוואס ווערט מען אזוי בייז? דא מיזן מיר צוקומען צו די מעשה פון רבי ניסים קרליץ שליט”א וואס מיר האבן צוגעברענגט בהתחלת המאמר: א מענטש איז מסכים צו ווארטן פאר זיך אבער נישט פאר יענעם, עס איז א טבע מוטבע אז זיך אליינ’ס אויפהאלטן קען מען, אבער ווען א צווייטער האלט דיר אויף דאס איז אומדערטרעגליך.

טרחא דציבורא

מיר זעהן אז חז”ל האבן שוין מקפיד געווען נישט אויפצוהאלטן א ציבור אפילו אויף סעקונדעס. די מושג פון ‘טירחא דציבורא’ געפונען מיר בתלמוד ובשלחן ערוך ביי עטליכע הלכות ווי חז”ל האבן אפילו געמאכט קולות צוליבן פארמיידן טירחא דציבורא. לאמיר צוברענגען עטליכע דוגמאות: חז”ל לערנען אונז (במס’ ברכות) אז באמת וואלט מען געדארפט אריינלייגן פרשת בלק אין קריאת שמע און עס זאגן יעדן טאג, אבער צוליב כבוד הציבור האט מען נישט געוואלט טורח זיין די ציבור האט מען עס נישט אריינגעלייגט.

אין מסכת יומא געפונען מיר די מושג אז אפילו ווען דער ציבור דארף זיין ‘שטיל’ פאר אביסל איז עס נישט א כבוד הציבור (עי’ בבנימין זאב סי’ קסח שכורך שטרחא דציבורא הוא משום כבוד הציבור): חז”ל במס’ יומא דף ע. לערנען אונז: אין די משנה שטייט אז דער כהן גדול ביום הכיפורים האט געליינט פרשת אחרי מות פונעם ספר תורה אינערווייניג, דערנאך האט מען גולל געווען די ספר תורה, און די פרשה ובעשור שבחומש הפקודים האט ער געליינט על פה פון אויסערווייניג. פרעגט די גמרא נגלול וניקרי? זאל מען מישן די ספר תורה ביז יענע פרשה, פארוואס דארף מען ליינען פון אויסערווייניג? אמר רב הונא בריה דרב יהושע אמר רב ששת, לפי שאין גוללין ספר תורה בציבור מפני כבוד הציבור, רש”י על אתר איז מפרש: מפני כבוד הציבור, שיהיו מצפין ודוממין לכך, ע”כ. וויבאלד אויב מ’וועט מישן די תורה די עטליכע פרשיות אפגערוקט, וועט די ציבור דארפן זיין שטיל, דאס איז שוין צופיל, עס איז א טירחא פארן ציבור, מורא'דיג ווי שטארק חז”ל האבן מקפיד געווען דערויף.

ווי עס ווערט שוין דערמאנט אין שלחן ערוך או”ח סימן נג סעיף יא: שליח ציבור שמאריך בתפלתו כדי שישמעו קולו ערב אם הוא מחמת ששמח בלבו על שנותן הודאה להשם יתברך בנעימה תבא עליו ברכה והוא שיתפלל בכובד ראש ועומד באימה וביראה אבל אם מכוין להשמיע קולו ושמח בקולו הרי זה מגונה ומכל מקום כל שמאריך בתפלתו לא טוב עושה מפני טורח הצבור: דער משנה ברורה על אתר שרייבט: כתב בים של שלמה סי' נ' אסור לו להאריך שלא ברצון הקהל אפילו בשבת ויו"ט ואף ברצון הקהל יותר מדאי מגונה כי אין זה לא מחציו לד' ולא מחציו לכם.

אגב, דאס ווארטן אויף רב הביהמ”ד ביי שטילע שמונה עשרה האט דייקא יא א מקור אין הלכה זעה שו”ע או”ח סימן קכ”ד, ובמשנה ברורה שם כתב: ועכשיו נהגו שהש"ץ ממתין עד שיסיים האב"ד את תפלתו לפי שרוב האנשים מתפללין במרוצה והמתפלל מלה במלה לא יוכל לומר קדושה עם הצבור לכן ממתינים כי הם עושים שלא כדין לפיכך אם אין אב"ד בעיר ה"ה דימתינו על המתפלל מלה במלה וכו'.

עס זענען דא מאנכע וואס יאגן גאר שנעל, דאס האט שוין גארנישט צו טאן מיט כבוד הציבור, ווייל די ציבור דאווענט געהעריג, דאס האט צוטאן מיט די נערווען... וד”ל.

בדרך הלצה ובדרך אפשר קען מען ערקעלרן די מאדנע ערשיינונג: בשעת’ן דאוונען וועט מען זיך יאגן, נא’קענען פארן בעל תפלה, מ’יאגט זיך. אבער לאחר התפלה קען שטיין און שמועסן כאילו לא היה, ממ”נ אויב יאגסטו דיר טאקע אזוי דאן פארוואס נאכן דאווענען שלעפסטו ארום און שמועסט? קאן זיין, אז בשעת’ן דאווענען שפירט מען אז מ’ווארט ‘וועגן יענעם’ דאס קען מען נישט דערטראגן, אבער נאכן דאווענען האלט מען זיך אליינ’ס אויף, דאס איז שוין א אנדערע מעשה. – באמת, איינער וואס דאווענט לשם תפלה דער שפירט נישט אז מ’האלט אים אויף. אבער דער וואס דאווענט בלויז אלס א מיט אנצוקומען פון איין פוינט צום אנדערען (צו האלטן נאכן דאווענען, צו קענען עסן וכדו’) דער שפירט זיך כאילו ער איז אין א קאר און דער דרייווער בעפאר אים (ליין: בעל תפלה) פארט צו שטייט... עס איז בלויז א ווערטעל, אבער באמת דארף מען זיך שטארק רעכענען מיטן כבוד הציבור.

קרישקעלע

צוריק קערנעדיג זיך צו ראו”ד רעדזש, זיי געבן אן נאך סיבות איבער די כעס אויף די שאסייען. כל הדרכים בחזקת סכנה, בשעת מ’דרייווט איז מען זייער וואך, מ’קוקט ארום אויף אלע זייטן, מ’געט אכט נישט געשעדיגט צו ווערן אינעם פארענדיגן מיסל. די מוסקלען ווערן איינגעצויגן, די הארץ ראטע גייט ארויף ווען מ’דרייווט, דעריבער איז מען וואך איבער יעדע שינוי. ווען איינער לעבן דיר טוט נישט נוצן די סיגנאלן אדער ער שניידט אריין אין דיין ליניע שפירט מען זיך אין א סכנה, און מראגריט מיט אויפברויז. ונשמרתם מאד לנפשותיכם מ’דארף פארן אויף די שאסייען לויט די געזעץ. רבי איד ווען איר געט א היטש, גייט עס אריין אין די אין מכבדין בדרכים, מאכט די בלינקער, רוקט אייך אריין אין די זייט און נעמט אויף דעם איד. אבער שטעלט אייך נישט אפ באמצע הדרך און האלט נישט אויף א גאנצע ליניע, טוט חסד, אבער נישט אויף יענעמ’ס חשבון.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל