'רייקערס איילאנד' ארעסטאנט קלאגט אן שטאט
א געוועזענער ארעסטאנט אין דער טרויעריג-בארימטער 'רייקערס איילאנד' טורמע האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער שטאט, נאך דעם וואס יענער איז ברוטאל צעשלאגן געווארן דורך עטליכע תפיסה-וועכטערס.

אוויאן סטינסאן זאגט, אז נאכ'ן ארעסטירט ווערן זומער פון 15', האבן די פאליציאנטן אים אפגעפירט צו רייקערס איילאנד, וואו עטליכע וועכטערס האבן אים מיאוס צעשלאגן, אויסגעהאקט עטליכע ציין, און צעבראכן א ביין ביים מויל.

סטינסאן האט אנגעקלאגט די שטאט און אויך דעם 'קארעקשאנס דעפארטמענט', וועלכער פארפיגט אויף דעם שטאטישן טורמע-סיסטעם.

רייקערס איילאנד איז א תפיסה אין וועלכער די סיטי פארהאלט מענטשן וואס ווארטן ארויסצוגיין אויף בעיל אדער זענען אפגעזאגט געווארן בעיל. די טורמע איז באזונדערס בארימט צוליב דער קולטור פון הפקרות וואס באהערשט דאס פלאץ, און סקאנדאלן ארום דער תפיסה זענען שוין עטליכע מאל אויפגעקומען. מעיאר דעבלאזיא האט אין דער פארגאנגענהייט פארשפראכן צו פארמאכן די טורמע דורכאויס די קומענדיגע צען יאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל