א פארברעכער וואס האט גע'גנב'עט איבער פערציג-טויזנט דאלאר ווערט פון גאלד, איז "מעגליך א איד", לויט א סטעיטמענט וואס איז דערשינען אויף דעם וועבסייט פון דער האלאנדישער פאליציי.

דער גנב, וועלכער איז דערווייל נישט געכאפט געווארן, האט געטראגן א בארד, מעגליך א פאלשע, און ביים אנגעבן א שילדערונג פון יענעמס אויסזען, האט א פאליצייאישער ווארטזאגער צווישן אנדערן באמערקט, אז יענער איז "מעגליך א איד."

האלאנד איז אין דער פארגאנגענהייט געקומען אונטער קריטיק צוליב נעגאטיווע שריט און אויסדרוקן קעגן אידן און מדינת ישראל, און דער 'שמעון וויזנטאל צענטער' אין אמעריקע האט געזאגט אז די האלאנדישע רעגירונג איז "אבסעסיוו מיט מדינת ישראל."

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל