כינע – פאר צענדליגער יארן חלומ’ען שוין מענטשן פון פליענדיגע אויטאס, אבער דערווייל, אפילו עס זענען שוין ארויסגעקומען געציילטע סארטן, דארף מען האבן צו דעם פילאט–לייסענס, וואס נישט קיין סאך מענטשן האבן. עס איז אויך נישט עכט איינגעפירט צווישן מענטשן, ווייל אויב האט מען שוין יא פילאט–לייסענס, וויל מען שוין פירן א געהעריגן פליגער. יעצט איז געקומען א פירמע אין כינע און ערצייגט דעם "איהענג-184" דראון, וואס איז זייער ענליך צו א קאר. עס קען פליען, און מען דארף נישט קיין לייסענס דערפאר, ווייל מען קען נישט קאנטראלירן די דראון אינעווייניג אזוי ווי א פליגער אדער העליקאפטער, און עס ווערט נישט געפירט דורך א דרייווער. דער מענטשן-ליפערער דראון איז ווי א זעלבסט-דרייוונדיגע אויטא, אז מען שטעלט אריין די גענויע לאקאציע וואוהין מ'וויל פארן, דער דראון הייבט זיך מיט'ן מענטש דערינען, און פירט אפ דעם מענטש צו זיין באשטימטע דעסטינאציע.

דראון

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל