ניו יארק – נאך נאענט צו פופציג יאר, וועט דער "באואינג 747" פליגער אפיציעל רעטייערן פון דינען אלס א קאמערציאלער פאסאזשיר פליגער אין די פאראייניגטע שטאטן. דער באואינג 747 איז לאנגע יארן באטראכט געווארן אלס דער סאמע בעסטער פאסאזשיר פליגער, און יעדע גרויסע לופטליניע איבער'ן לאנד, און אפילו איבער דער וועלט, האט נאכאנאנד געקויפט פון די 747 פליגערס. ביי איין פונקט אין די 990'ער יארן זענען געווען אזוי פיל ווי 130 פון די סארט פליגערס לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן. אבער לופטליניעס האבן אנגעהויבן צעביסלעך רעטייערן דעם "747", איינקויפנדיג נייערע און ביליגע סארט פליגערס, אריינגערעכנט קלענערע פליגערס פון דער אייראפעאישער "עירבאס" פירמע. נעכטן מיטוואך האט דעלטא עירליינס דורכגעפירט די סאמע לעצטע רייזע מיט דעם סאמע לעצטן "747" פליגער, וועלכע איז נאך אקטיוו אין אמעריקע, און דערמיט האט מען אפיציעל געשלאסן דעם בוך אויף די "747" פליגערס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל