ארגינאלע באריכט

פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק האבן געזאגט אז זיי פארלאנגען פון פראנקרייך אויסצוליפערן קריסטיען גאנטשארסקי, א דייטשישער בירגער וועלכער דינט איצט אן 18-יעריגן טורמע טערמין אין פראנקרייך צוליב זיין ראלע אין ארויסהעלפן מיט דער באמבארדירונג פון א בית המדרש אין טוניזיע אין 2002, און האט נאך 3 יאר אויסצודינען. דער ניו יארקער פראקוראר זאגט אז דער פארשוין האט אויך געשפילט א ראלע אין פלאנירן און ארויסהעלפן מיט די סעפטעמבער 11 אטאקעס, און ער האט אנגעהאלטן נאענטע באציאונגען מיט אסאמא בין לאדין און זיינע געהילפן, און זיי געהאלפן פלאנירן און דורכפירן אטאקעס קעגן אמעריקע. אויב ווערט ער געפונען שולדיג אין די קלאגעס שטייט ער אויס א לעבנסלענגליכן טורמע טערמין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל