די רעגירונג אין בריטאניע האט גענומען א פרעצעדענטלאזע שריט מיט'ן נאמינירן א מיניסטארשע וואס זאל זיך אפגעבן מיט די פארמערטע גייסטישע פראבלעמען וואס פלאגן די בריטישע געזעלשאפט. די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע האט געמאלדן דערוועגן, זאגנדיג ״דער פראבלעם פון עלנדקייט איז אן עפידעמיע וואס פלאגט אונזער געזעלשאפט, און מיר מוזן דאס נעמען אין די הענט אריין, דאס איז א פראבלעם וואס פלאגט עלטערע און יונגערע מענטשן וואס האבן נישט קיין פאמיליע אדער פריינט וואס זאלן זיי שטיין צו דער האנט און געבן מאראלע שטיצע״. די באהאנדלונג אויפוואכונג קומט נאכדעם וואס א לעצטערע ברייטע שטודיע פון בריטישן רויטן קרייץ האט געצייגט אז ארום 9 מיליאן צווישן די 65 מיליאן בריטישע בירגער ספראווען זיך מיט עלנדקייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל