פאריז - די פאליציי אין פאריז האט זיך באגעגנט מיט אן אינטערעסאנטן שיכור'ן דרייווער, וועלכער האט קיינעם נישט געשטעלט אין געפאר, נאר ער האט פשוט געדרייווט אויפ'ן שאסיי און נישט געקענט טרעפן זיין וועג אהיים. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער 73 יעריגער פיליפע קראסאון האט געטרונקען צופיל אלקאהאל, און האט זיך געטראפן שיכורערהייט אינמיטן אהיימדרייוון. ווען ער איז אנגעקומען צו א ״ראונד-עבּאוט״ דריידל אינמיטן שאסיי, דארט וואו די קארס דרייען זיך און מ׳קען ארויספארן ביי פארשידענע פונקטן אינמיטן דעם ״דריידל״, האט קראסאון זיך פשוט אריינגעשטעלט אין דער אינעווייניגסטער ליניע און איז נישט ארויסגעפארן צו קיין שום עקזיט, נאר זיך געדרייט, געדרייט, און געדרייט, זיבעצן מאל נאכאנאנד. עמיצער האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן אהיימגעפירט קראסאון.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל