טראץ וואס אמעריקע האט אפיציעל איינגעפרוירן די מיליטערישע הילף צו פאקסיטאן, וועט זי אבער אנהאלטן איר פראגראם וועלכע העלפט טרענירן די פאקיסטאנער זעלנער, וויבאלד לויט די פענטאגאן איז דאס אן אמעריקאנער אינטערעס, וועלכע פארזיכערט בעסערע קאאפעראציע אין דער צוקונפט צווישן די צוויי מיליטערישע קרעפטן. דער פראגראם האט געקאסט פאר אמעריקע ארום 52 מיליאן דאלאר אין לויף פון די לעצטע 15 יאר, און דער פענטאגאן האט שוין באשטימט א בודזשעט פון נאך 4 מיליאן דאלאר פאר דעם פראגראם אין קומענדיגן יאר, א ווארטזאגער פאר דעם פאקיסטאנער אויסערן מיניסטעריום האט נעכטן געזאגט, אז טראץ וואס די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער זענען גאר אנגעשטרענגט, האפט פאקיסטאן אז אמעריקע וועט צוריקשטעלן די באציאונגען. ער טענה'ט אז די באשולדיגונגען איבער פאקיסטאן׳ס שטיצע פאר טעראר זענען לעכערליך און זענען נאר א פרואוו פון אמעריקע צו ״טרעפן א קרבן פאר זייערע דורכפעלער אין אפגאניסטאן״.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל