א קאמישער באריכט איז ערשינען אין דער פרעסע, אז דער סעקערטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, וועלכער פארמאגט נישט קיין טוויטער, בעט פון זיינע געהילפן אינעם סטעיט דעפארטמענט מ'זאל אים ארויסדרוקן די טוויטס פונעם פרעזידענט, כדי ער זאל עס האבן פארנט פאר די אויגן בעת ער באשטימט וויכטיגע אויסערן פאליסיס. טילערסאן האט פארציילט דערוועגן אין אן עפנטליכן שמועס, וואס ער האט אפגעהאלטן מיט דין געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט, קאנדאליזע רייס, אין וועלכע ער האט געזאגט אז דעם פרעזידענט׳ס געוואוינהייט צו טוויטן איבער זיינע פאליסיס פארלאנגט פון אים צו זיין אייביג אלארמירט, צי דער פרעזידענט האט זיך געלאזט הערן, נאר היות ער האט נישט קיין טוויטער, מוזן זיינע געהילפן אים דערלאנגען די טוויטס ארויסגעדרוקט אויף פאפיר, און דאן ״קוק איך עס איבער און איך זע וואס מען קען טון דערמיט״ האט ער אויסגעפירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל