די נאסא אגענטור האט ארויסגעגעבן איר ענדגילטיגע דאטא איבער דעם וועטער און די טעמפעראטורן איבער דער וועלט, און לויט זיי באשטעטיגט עס די וויסנשאפטליכע ווארענונג איבער א גלאבאלער אנווארעמונג. אינעם באריכט שרייבט נאסא אז די פינף ווארימסטע יארן אין רעקארד זענען געווען זינט 10', און זיי לייגן צו אז אבזערוואציעס אינעם נארט שפיץ צייגט ווי די ארקטיק אייז לאזט זיך אויף שנעלער ווי געשאצט. די וויסנשאפלער באמערקן אז טראץ וואס אין געוויסע ראיאנען אין דער וועלט זעט מען קעלטערע ווינטערס, שטייגן אבער די טעמפעראטורן אין דורכשניט. דער באריכט זאגט אז דער פלאנעט איז געווארן מיט איבער צוויי גראד ווארימער קעגן דעם דורכשניט פון דעם פארגאנגענעם יאר-הונדערט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל