ירדן האט געמאלדן אז זי וועט ערלויבן צוריק צו עפענען די מדינת ישראל אמבאסאדע אין איר הויפט-שטאט ירדן, נאכדעם וואס ס'איז אין די לעצטע מאנאטן געווען פארשלאסן, היות די דיפלאמאטישע באציאונגען זענען געווען אנגעשטרענגט צוליב וואס א זיכערהייט וועכטער אין אמבאסאדע האט אומגעברענגט צוויי ירדנ׳ער בירגער דורכאויס א געפעכט. דאס קומט נאכדעם וואס מדינת ישראל האט זיך אפיציעל און עפנטליך אנטשולדיגט איבער דעם אינצידענט און פארשפראכן צו ברענגען דעם וועכטער צו יוסטיץ. די מדינת ישראל רעגירונג האט זיך אויך פארפליכטעט צו צאלן קאמפענסאציע געלטער פאר די צוויי פאמיליעס, און אויך פאר די פאמיליע פון א ירדנ׳ער ריכטער, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן פון א שיסעריי ביים גרעניץ מיט מדינת ישראל צוריק אין 14', א זאך וואס האט אויך שטארק געשטערט פאר די דיפלאמאטישע באציאונגען צווישן די שכנות׳דיגע לענדער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל