נעכטן, אינעם דייטשישן בונדסטאג, איז געווארן א פארשלאג צו נאמינירן א ספעציעלן קאמיסאר וועלכער זאל זיין באשטימט זיך אפצוגעבן מיט'ן שטייגנדיגן פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם אין לאנד. דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע יארן האט דאס לאנד געזען א היבשן אויפשטייג אין אנטיסעמיטישע אינצידענטן, ספעציעל פון אימיגראנטן וועלכע קומען פונעם מיטל מזרח. די פיר גרויסע פארטייען אינעם פארלאמענט האבן אינדארסירט דעם פלאן, דער באשלוס איז אויך שטארק באגריסט געווארן דורך אידישע קהלות און ארגאניזאציעס, אבער געוויסע לינקע פארטייען האבן נישט געשטימט דערפאר, וויבאלד דער נוסח פונעם געזעץ דייט אן אז אנטיסעמיטיזם איז מער פארשפרייט אין מוסלעמענער געמיינדעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל