די אדמיניסטראציע פון אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז זי וועט גרינדן א דיוויזיע אינערהאלב דער העלט דעפארטמענט צו פארזיכערן אז דאקטוירים און אנדערע ארבטער אין דער מעדיצינישער פעלד ווערן נישט באצווינגען דורכצופירן מעדיצינישע פראצעדורן וועלכע זענען אין קעגנזאץ צו זייערע רעליגיעזע פליכטן אדער מאראלע פרינציפן. די דיוויזיע וועט צוריקשטעלן רעגולאציעס און געזעצן וועלכע זענען פארנאכלעסיגט אדער אנולירט געווארן דורכאויס די אבאמא יארן. דער שריט איז שטארק אויסגעלויבט געווארן דורך רעליגיעזע גרופעס.
בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל