די שווערע טראפיק אין ניו יארק סיטי טוט נישט בלויז ברענגען עגמת נפש און קאפ-וויי פאר ניו יארקער איינוואוינער, נאר אויך שווערע פינאנציעלע שאדנס. א פרישע גרונטליכע פארשונג פון די ביזנעס לאבי ״ביג עפל״ צייגט, אז די דורכשניטליכע יערליכע עקאנאמישע שאדנס פון דער טראפיק באטרעפט ארום 20 ביליאן דאלאר פאר ניו יארקער, פאר ביזנעסער און אינדיווידועלן, צוליב פארלוירענע צייט און גאזאלין קאסטן. די גרופע אדוואקאטירט פאר דעם פלאן פונעם גאווערנאר ארויפצולייגן א ספעציעלע שטייער אויף קארס וועלכע פארן אין די פארנומענע שטונדן אין דער סיטי, א זאך וואס וועט פארלייכטערן די טראפיק און אריינברענגען געלט פאר דער שטאטישער קאסע צו קענען פארריכטן און איבערבויען דעם סאבוועי סיסטעם.

בילד: טראפיק אין ניו יארק ברענגט שווערע פינאנאציעלע שאדנס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל