די ריזיגע טעכנאלאגיע פירמע ״עפל,״ וועלכע איז די רייכסטע טעכנאלאגיע פירמע אין דער וועלט, האט געמאלדן א פלאן צוריקצוברענגען דזשאבס און אינוועסטירונגען אין דער אמעריקאנער עקאנאמיע אין דער סומע פון איבער 350 ביליאן דאלאר אין לויף פון די קומענדיגע 5 יאר, און אזוי אויך צולייגן 20 טויזנט פרישע דזשאבס. דאס איז א היבשע העכערונג פון דעם דורכשניט פון 55 ביליאן דאלאר וואס זי לייגט אריין יערליך אין דער אמעריקאנער עקאנאמיע. דער פלאן נעמט אריין: אויפנעמען נאך ארבעטער אין אירע טעכנאלאגישע צענטערן, קויפן באשטאנדטיילן פאר אירע אפאראטן פון אמעריקאנער פאבריקן, און אינוועסטירן אין אמעריקאנער פירמעס וועלכע אנטוויקלן סאפטוועיר טעכנאלאגיע. די פירמע זאגט אז זיי טוען ביישטייערן צו דער אמעריקאנער עקאנאמיע היות די לעצטע שטייער-שניטן שפארט זיי איין צענדליגער ביליאנען דאלאר, און אנשטאט 75 ביליאן דאלאר, וואס זיי וואלטן געצאלט אונטער די אלטע שטייער געזעצן, וועלן זיי אצינד דארפן צאלן בלויז 38 ביליאן דאלאר.

בילד: עפל מעלדט מאסיווע אינוועסטירונגען אין אמעריקאנער עקאנאמיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל