דער ווייסער-הויז שטאב-הויפט, דזשאן קעלי, איז נעכטן אראפגעקומען צום קעפיטל היל פאר געשפרעכן מיט דעמאקראטישע געזעצגעבער איבער אימיגראציע רעפארם אין א פארזוך צו פארמיידן א רעגירונג שאט-דאון, האט ער צווישן אנדערע זיי פארזיכערט אז דער פרעזידענט איז נישט ערנסט מיט זיינע עפנטליכע רעטאריק איבער אימיגראציע, און אז ער וועט איינגיין אויף פערמאנענטע בירגערשאפט פאר די וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דאקא. לויט די דעמאקראטן האט ער אויך געזאגט, אז דער פרעזידענט איז נישט ערנסט מיט זיין קאמפיין פארשפרעכונג צו בויען א פיזישע וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא און אז מעקסיקא וועט צאלן דערפאר, זיך אויסדריקנדיג ״עס איז דא א אונטערשייד צווישן קאמפיין רעטאריק און פאקטישע פאליסי״. אויך האט ער געזאגט אז טייל פונעם פרעזידענט׳ס פאליסיס זענען געווען ״אומאינפארמירט״, און אז די אדמיניסטראציע זוכט צו פארזיכערן די גרעניץ מיט פארשידענע פיזישע שטרויכלונגען און טעכנאלאגישע מיטלען.
פרעזידענט טראמפ האט שפעטער אפגעווארפן די באהויפטונג, זאגנדיג אז ער האט קיינמאל נישט געטוישט זיין פאזיציע, סיי איבער בויען א וואנט און סיי איבער דעם אז מעקסיקא זאל דארפן דערפאר צאלן. דער פרעזידענט האט געשריבן א מעסעדזש: ״א וואנט איז א וואנט און איך האב קיינמאל נישט געטוישט מיין שטעלונג. פארשטייט זיך אז טיילן דערפון וועלן זיין אנדערע סארט שטרויכלונגען דארט וואו מען קען נישט אנדערש, און אויך נישט איבער בערג אדער טייכן. עס וועט ווערן באצאלט דירעקט אדער אומדירעקט דורך מעקסיקא, וועלכע פארדינט יערליך 71 מיליאן פון אמעריקאנער אימפארט, 20 ביליאן דאלאר איז גארנישט אין פארגלייך פון די ביליאנען וואס זיי פארדינען צוליב נאפטא״.

בילד: שטאב הויפט קעלי: אמעריקע וועט נישט בויען גרעניץ-וואנט און מעקסיקא וועט נישט צאלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל