ווי דאס שוץ מיניסטעריום אין אינדיע האט געמאלדן, האט דאס מיליטער דורכגעפירט א סוקסעספולע פראבע מיט א לאנג-שטרעקיגן אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל (באקאנט אונטער׳ן אקראנים איי-סי-בי-עם). דער מיסיל, וועלכע זיי רופן ״אגני-ווי״, איז דער מערסט פארגעשריטענער מיסיל וואס דאס אינדישע מיליטער פארמאגט אין אירע זאפאסן. די פראבע איז פארגעקומען נעכטן אינדערפרי, ס'איז ארויסגעשאסן געווארן פון אן אינדישן אינזל ביי די מזרח ברעגעס פון לאנד, און לויט'ן שוץ מיניסטעריום האנדלט זיך פון אן ערנסטער דערגרייכונג, וואס טוט דראסטיש פארשטערקערן די מיליטערישע מעגליכקייטן פון אינדיע. די פראבע רופט ארויס צארן ביי כינע און פאקיסטאן, צוויי שכנים פון אינדיע וועלכע קוקן נישט מיט קיין גוט אויג אויף אירע נוקלעארע מעגליכקייטן, דער מיסיל האט די מעגליכקייט צו גרייכן יעדן פונקט איבער גאנץ כינע, און עס ווערט געזען ווי א סיגנאל צו כינע מיט וועמען אינדיע האט לעצטנס א טעריטאריאלן קאנפליקט איבער א ראיאן אין די הימעלייען בערג.

בילד: אינדיע פירט דורך באליסטישן נוקלעארן מיסיל טעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל