פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק האבן געזאגט אז זיי טוען פארלאנגען פון פראנקרייך די אויסליפערונג פון קריסטיען גאנטשארסקי (Christian Ganczarski), א דייטשער בירגער וועלכע דינט יעצט א 18 יעריגער טורמע טערמין אין פראנקרייך צוליב זיין ראלע אין ארויסהעלפן מיט די באמבאדירונג פון א בית המדרש אין טוניזיע אין 2002, און האט נאך 3 יאר צו אויסדינען. דער ניו יארקער פראקוראר זאגן אז ער האט אויך געשפילט א ראלע אין פלאנירן און ארויסהעלפן מיט די סעפטעמבער 11 אטאקעס, און ער האט אנגעהאלטן נאנטע באציאונגען מיט אסאמא בין לאדין און זיינע געהילפן און זיי געהאלפן פלאנירן און דורכפירן אטאקעס קעגן אמעריקע. אויב ער ווערט געפונען שולדיג אין די קלאגעס שטייט ער אויס א לעבנסלענגליכע טורמע טערמין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל