אלס רעזולטאט פון די שטייער-שניטן וואס די טראמפ-אדמיניסטראציע האט איינגעשטעלט, האט די טעכנאלאגישע פירמע, עפל, געמאלדן אז זי וועט עפענען א פרישע איינריכטונג אין די פאראייניגטע שטאטן, וואס וועט צושטעלן ארבעטס-מעגליכקייטן פאר א געשאצטע צוואנציג-טויזנט מענטשן.
דער עפל-פארזיצער, טים קוק, האט אנגעוויזן אז די רעדוקציע אין קארפארעיט-שטייערן דערמעגליכן די פירמע צוריקצוברענגען די דזשאבס קיין אמעריקע, וואס וועט ברענגען דער עקאנאמיע ארום 245-ביליאן דאלאר.
אנאליסטן שאצן, אז אמעריקאנער פירמעס פארמאגן א ווערט פון 1.6-טריליאן דאלאר אין אויסלאנד, הויפטזעכליך אין דעם טעכנאלאגיע-סעקטאר.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה