נאך א ריי באשולדיגונגען איבער איגנארירן שנאת ישראל אין אירע רייען, האט די בריטישע לעיבאר-פארטיי באזייטיגט א קאנדידאט, וואס האט אין דער פארגאנגענהייט פארגליכן מדינת-ישראל אטאקעס אויף די כאמאס מיסיל-איינריכטונגען אין עזה צו די ליידן פון אידישע האלאקאוסט-קרבנות ביי דעם צווייטן וועלט-קריג.

מישעל העריס איז געלאפן צו פארטרעטן עטליכע געגנטן אינעם בריטישן 'האַוז אָוו קאַמאָנס', דעם נידעריגן טייל פונעם בריטישן פארלאמענט, ווען די לעיבאר-פארטיי איז געקומען אונטער קריטיק צוליב דעם העסליכן סטעיטמענט וואס מישעל האט געמאכט.

'לעיבאר' האט שוין עטליכע מאל געמאכט די נייעס, צוליב פיינטליכע סענטימענטן וואס פלאגן טייל פון אירע מיטגלידער.

בילד: דזשערעמי קאָרבין, פארטיי פירער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל