דער פרעזידענט האט אין די לעצטע וואכן געמאלדן פאר זיינע נאכפאלגער אויף טוויטער אז אין ליכט פון די פלייץ פון ״פעיק ניוז״ אין די אמעריקאנער מידיע וועט ער דורכפירן א ספעציעלע צעראמאניע צו ״באעהרן״ געוויסע דשורנאליסן און נייעס קוועלער אלס די גרעסטע פארשפרייטער פון ״פעיק ניוז״. נאכ׳ן אפשטופן עטליכע מאל דעם דאטום האט דער פרעזידעט נעכטן געמאלדן די ״געווינער״ אויפ׳ן וועבזייטל פון די רעפובליקאנער פארטיי.

אויפ׳ן ערשטן פלאץ איז אריינגעקומען פאול קרוגמאן וועלכער האט נאך די געווינס פונעם פרעזידנעט געווארן אויף א צוזאמענפאל פונעם סטאק מארקעט, אויפ׳ן צווייטן פלאץ איז אריינגעקומען א עי-בי-סי דשורנאליסט וועלכע האט געמאלדן א פאלשע באריכט אז דאנעלד טראמפ האט געהאט צוגאנג צו דאקומענטן וועלכע וויקיליעקס האט דערווישט פון די דעמאקאטישע פארטיי הויפטקווארטירן, נאכגעפאלגט מיט א נאך א רייע דשורנאליסטן און מידיע קוועלער. די מעלדונג איז געמאכט געווארן האלב שפאסיג אבער איז געקומען צו אונטערשטרייכן וואס די איבערוויגנדע נייגונג פון די מידיע צו דעקן פרעזידענט טראמפ אין א נעגאטיווע ליכט, און עס אנגעוויזן געווארן אז ארום 90% דעקונג איבער׳ן פרעזידעט אין די נאציאנאלע מידיע איז געווען פון א נעגאטיווע פרעספעקטיוו.

דער פרעזידענט האט ארויפגעשטעלט אויף טוויטער א לינק צום וועבזייטל פון די רעפובליקאנער פארטיי, און די מעלדונג האט געברענגט שטארקע טרעפיק צום וועבזייטל וועלכע האט נאך עטליכע מינוט געקראכט וויבאלד אירע סערווערס זענען נישט געוואוינט צו באהאנדלן אזויפיל באזוכער, א צינישע דעמאקראט האט געשריבן צום פרעזידענט אויף טוויטער ״איך געב קרעדיט פאר׳ן פרעזידענט ווען עס קומט זיך אים, ער האט היינט געטון די ערשטע ריכטיגע זאך, געקראכט דעם וועבזייטל פונעם רעפובליקאנער פארטיי״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל