די גבירים פון דעם טייערסטן דירה-בנין אין מאנהעטן קרימען מיט דער נאז וועגן א פלאן פון מעיאר דעבלאזיא, צו עפענען א היימלאז-שעלטער הארט נעבן זיי.

דער בנין, וואס געפינט זיך אין א טייערן טייל פון שטאט אויף דער וועסט 58סטער סטריט, איז אמאל געווען א האטעל, און דער מעיאר האט באשטעטיגט צו פארוואנדלען די געביידע אין א וואוינארט פאר 150 היימלאזע.

דער פלאן, וואס איז טייל פון א גרעסערן פראיעקט אוועקצושטעלן ניינציג אזעלכע היימלאז-ערטער איבער דער שטאט, איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס רוגזה דורך איינוואוינערס פון א דערבייאיגער דירה-געביידע.

די שטאט פארטיידיגט דעם שריט, אנווייזנדיג אז א ריי זיכערהייטס-מאנאמען וועלן איינגעשטעלט ווערן אין און ארום דעם היימלאז-שעלטער.

בילד:

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל