די גלאבאלע מענטשן רעכט ארגאניזאציע ״יומען רייטס״ לייגט יערליך ארויס א באריכט די לענדער וועלכע מיסברויכן מענשטן רעכט, און גרייט זיך אין די טעג צו ארויסגעבן איר יערליכע באריכט, און האט אפגעהאלטן א ספעציעלע סאמיט אין פאריז אין בעפארברייטונג צו דאס ארויסגעבן פונעם באריכט, דער דירעקטאר פון די ארגאניזאציע האט אדרעסירט דעם סאמיט און אפעלירט צו לענדער איבער די וועלט צו לייגן מער דרוק אויף די גרעסטע מענטשן רעכט פארלעצער איבער די וועלט ווי כינע או רוסלאנד, און האט דאן גענומען גאר א שארפע טאן רעדנדיג איבער פרעזידענט טראמפ זאגנדיג אז אונטער זיין אדמינסטראציע האט אמעריקע פארנאכלעסיגט צו העלפן פארשפרייטן דעמאקראטיע און מענטשן רעכט, און גענוצט שארפע ווערטער קעגן דעם פרעזידענט פערזענליך זאגנדיג אז ער שיקט אן אנטי-דעמאקראטישע מעסעדש צו די וועלט, און טוט מוטיגן דיקטאטורן נישט צו מורא האבן פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל