א פענטאגאן ווארטזאגער האט באשטעטיגט אז טראץ וואס אמעריקע האט איינגעפרוירן מילטערישע הילף צו פאקסיטאן, וועט זי אבער אנהאלטן איר פראגראם וועלכע העלפט טרענירן די פאקיסטאנער זעלנער, וויבאלד דאס אן אמעריקאנער אינטערעס וועלכע פארזיכערט בעסערע קאאפעראציע אין די צוקונפט צווישן די צוויי מיליטערישע קרעפטן. די פראגראם וועלכע האט געקאסט פאר אמעריקע ארום 52 מיליאן דאלער אין לויף פון די לעצטע 15 יאר וועט צובאקומען א בודשעט פון נאך 4 מיליאן דאלער פאר די קומענדיגע יאר, די באריכט איז אויך באשטעטיגט געווארן דורך א ווארטזאגער פאר די פאקיסטאנער אויסערן מיניסטעריום וועלכער האט נעכטן געזאגט אז טראץ וואס באציאונגען צווישן די צוויי לענדער זענען גאר אנגעשטרענגט, טוט פאקיסטאן האפן אז אמעריקע וועט צוריקשטעלן די באציאונגען, און זאגט אז די מיליטערישע קאאפעראציע האלט ווייטער אן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל