די כינעזער רעגירונג האט רעאגירט מיט אויפברויז אויף די באריכטן פון די אינדיער שוץ מיניסטעריום  אז איר מיליטער האט דורכגעפירט א סוקסעספולע פראבע מיט א לאנג שטרעקיגע אינטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסיל, (באקאנט אונטער׳ן אקראנים איי-סי-בי-עם). די מיסיל וועלכע זיי רופן ״אגני-ווי״ איז דאס מערסט פארגעשריטענע מיסיל וואס די אינדיער מיליטער האט אין אירע זאפאסן, די פראבע איז פארגעקומען נעכטן אינדערפרי און איז ארויסגעשאסן געווארן פון אן אינדיער אינזל ביי די מזרח ברעגעס פון לאנד, די שוץ מיניסטעריום האט געזאגט אז עס האנדלט זיך פון אן ערנסטע דערגרייכונג וואס טוט דראסטיש פארשטערקערן די מיליטערישע מעגליכקייטן פון אינדיע. די פראבע רופט ארויס צארן ביי כינע און פאקיסטאן, צוויי שכנים פון אינדיע וועלכע קוקן נישט מיט קיין גוט אויג אויף איר נוקלעארע מעגליכקייטן, די מיסיל האט די מעגליכקייט צו גרייכן יעדן פונקט איבער גאנץ כינע, און עס ווערט דעריבער געזען ווי א סיגנאל צו כינע מיט וועמען אינדיע האט לעצטנס א טעראטאריאלע קאנפליקט איבער א ראיאן אין די הימעלייער בערג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל