מיט ניין יאר נאך דער בלוטיגער שחיטה אין וועלכער איסלאמישע רוצחים האבן אומגעברענגט זיין טאטע און מאמע, האט משה'לע האלצבערג, וועלכער איז דעמאלט געווען א קינד פון צוויי יאר, זיך אומגעקערט באזוכן דאס פלאץ.

דער עלף-יעריגער משה'לע איז געקומען אינאיינעם מיט דער סוויטע פון פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו, וועלכער איז געפארן אויף א באזוך קיין אינדיע, אין באגלייטונג פון זיין זיידן, וועלכער ציט אים אויף.

הרב גבריאל און זיין פרוי רבקה האלצבערג הי"ד זענען אומגעקומען אין די הענט פון א גרופע איסלאמישע מערדערס, וועלכע האט דורכגעפירט א גוט-קאארדינירטע סעריע פון אטאקעס איבער עטליכע וויכטיגע ערטער אין אינדיע, אריינגערעכנט דעם בית חב"ד אין מומביי.

ביי דעם באזוך איז אויך אויפגעוויקלט געווארן אן אנדענקמאל לזכר דער געשעעניש און די קרבנות וואס האבן דארט פארלוירן זייערע לעבנס.

בילד: משה'לע האלצבערג באזוכט מומביי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל