אין א פרואוו זיך צו פארמעסטן מיט די שווערע לופט פארפעסטיגונג וואס פלאגט דאס לאנד האט כינע באנייעט א מאסיווע לופט רייניגער, די טורעם פון 328 פיס הויעך דינט ווי א גאר פארגעשריטענע פילטער וועלכע קען רייניגען ריזיגע שטרעקעס פון לופט פארפעסטיגונג, דער לופט רייניגער איז אין דינסט פאר בלויז עטליכע טעג אין די שטאט טשיאם און האט עס שוין געהאט אן עפעקט אויף די לופט קוואליטעט אינעם געגענט, און האט גענצליך גערייניגט א ראדיום פון איבער 6 מייל, לאקאלע איינוואוינער זאגן אז עס שפירט זיך שוין א פארלייכטערונג צו אטאמען אין די געגענט וואס פלעגט זיין פארפעסטיגט פון די ארומיגע פאבריקן. די אמביציעזע פראיעקט קען דינען אלס מאדעל פאר נאך גרעסערע שטעט וואס פלאגן זיך מיט א פארפעסטיגונג פון אינדוסטריאלע געגענטער. די רעגירונג אין כינע האלט שוין טיף אינמיטן בויען נאך אזעלע טורעמס, טייל פון זיין מיט א מאסיווע הייעך פון איבער טויזנט פיס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה