די דעפארטמענט פון האומלענד סעקיוריטי האט נעכטן געמאלדן, אז האיטי, אינאיינעם מיט נאך צוויי לענדער אין אפריקע, ווערן אראפגענומען פון דער ליסטע פון לענדער וואס אירע בירגער קענען באקומען די ספעציעלע HB2 וויזעס, וואס זענען ספעציעל דעזיגנירט צו ערלויבן ארבעטער פון ארום 80 ארימע לענדער צו קומען אויף א שטיקל צייט ארבעטן אויף אמעריקאנער פארמס און אנדערע סעזאנאלע ארבעט פאר וועלכע ס'זענען נישט דא גענוג בעלנים אין אמעריקע. אויף די אנדערע צוויי לענדער וועלכע זענען אראפגענומען געווארן פון דער ליסטע, איז אנגעגעבן געווארן די סיבה ווייל יענע לענדער טוען נישט גענוג צו פארזיכערן אז די ארבעטער פאלן נישט קרבנות צו ״היומען טרעפיקינג״, א מאדערנער פארעם פון קנעכטשאפט, בעת אויף האיטי איז אנגעגעבן געווארן די אורזאך, ווייל ס'איז ״א הויכע ראטע פון שווינדל, מיסברויך און בלייבן לענגער ווי ערלויבט״.

דער באשלוס קומט אין ליכט פון א ברייט פארשפרייטן שטורעם, נאכדעם ווי ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז דער פרעזידענט האט זיך אפגערעדט פארוואס אמעריקע נעמט אריין אימיגראנטן פון לענדער ווי האיטי, און זעלבסשטענדיגע וואטש-דאג גרופעס האבן אויסגעדריקט זארג, אז די באשלוסן ווערן געמאכט לויט די פערזענליכע שטעלונגען פונעם פרעזידענט. זיי ווייזן אן אז די באשולדיגונג פון דער היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט שטימט נישט מיט די אפיציעלע סטאטיסטיקס, און אז די ראטע פון מיסברויכן איז נידריגער ווי אנדערע לענדער וועלכע זענען געבליבן אויף דער ליסטע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל