אינגאנצן 39 פראצענט פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג זענען צופרידן מיט דער ארבעט פון פרעזידענט טראמפ, לויט אן אנקעטע וואס איז היינט פארעפנטליכט געווארן.

אויב זענען די ציפערן פינקטליך, איז עס די נידעריגסטע צופרידנהייט-ראטע פון אן אמעריקאנער פרעזידענט זינט די אנקעטעס האבן אנגעהויבן גענומען ווערן.

מיט א חודש צוריק, איז טראמפ געשטאנען אביסל בעסער, מיט 41 פראצענט אמעריקאנער בירגער וואס האבן מסכים געווען מיט זיין פירערשאפט. 

בילד: אנקעטע גיט טראמפ גאר נידעריגע צופרידנהייט-ראטע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל