נאכ'ן קומען אונטער א כוואליע קריטיק צוליב דעם פעלערהאפטיגן הייצונג-סיסטעם אין מערערע שטאטישע דירה-פראיעקטן, האט מעיאר דעבלאזיא אפגעשלאגן די טענות, זאגנדיג אז די סטעיט האט דא נישט געטאן גענוג.

פערציג קאנסיללייט האבן פאריגע אונטערגעשריבן א בריוו אדרעסירט צו מעיאר דעבלאזיא, פארלאנגענדיג פון אים צו נעמען די קריזיס מיט די פעלערהאפטיגע און צעבראכענע הייצונג-סיסטעם אין שטאטישע דירות אין די הענט אריין.

דורכאויס דער פראסט-כוואליע וואס האט באפאלן די שטאט מיט וואכן צוריק, האבן טויזנטער שטאטישע דירות, בעיקר אין בראנקס, קווינס,און מאנהעטן, נישט געהאט קיין הייצונג און הייס-וואסער.

בראנקס קאנסילמאן ריטשי טאָרעס, וועלכער האט אפגעשריבן דעם בריוו, האט שארף אראפגעריסן דעם מעיאר איבער דער "הומאניטארישער קריזיס -- מיט איינוואוינערס טרייסלנדיג זיך פאר קעלט אין מערערע שטאטישע דירה-פראיעקטן."

מעיאר דעבלאזיא האט פריער צוריקגעשלאגן די קריטיק און געזאגט, אז די סיבה אין כמעט יעדן פאל איז געווען געפלאצטע באָילערס אדער אפגעפרוירענע רערן, ביידע פון וועלכע זענען צום פארדאנקען דעם פאקט וואס די בנינים זענען אלט און די איינריכטונגען זענען נישט אויסגעשטעלט צו דערהייבן אזעלכע פראסטיגע וועטערס.

בילד: מעיאר באשולדיגט סטעיט אין שטאטישע דירות הייצונג פראבלעמען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל