ניו יארק – גאווערנאר קאומא האט געמאלדן, אז די "עם-טי-עי" און די פארט אויטאריטעט וועלן פארשטארקערן אירע זיכערהייט מאסנאמען ביי אירע בריקן, טונעלן, לופטפעלדער און אלע אנדערע טראנזיט סטאנציעס אין די בעפארשטייענדע חאגע טעג, אין ליכט פון צוויי טעראר אטאקעס אין ניו יארק סיטי היי יאר. קאומא האט געזאגט, "ניו יארק איז א ציל פאר מענטשן וועלכע זענען קעגן אונזער וועג פון לעבן", איבערהויפט אין אזעלכע פארנומענע טעג ווען דער טראפיק פארקער ביי די פלעצער זענען פול מער, דעריבער איז וויכטיג אז מען זאל פארשטארקן די זיכערהייט וואך ביי די פלעצער. דער גאווערנאר האט געזאגט, אז די סטעיט פאליציי און נעשאנעל גאורד טרופן וועלן זיין טייל פון די פארשטארקטע וואך וועלכע וועלן מיטארבעטן מיט די "עם-טי-עי" און פארט אויטאריטי פאליציאנטן ביי די פארשידענע סטאנציעס, סאבוועיס און טערמינאלן.

בילד: מער זיכערהייט לענגאויס ניו יארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל