קענקון – דרייוון פארנאכלעסיגקייט און צו שנעל פארן, האבן געפירט צו א באס קראך אין דרום מעקסיקא, אין וועלכע אכט אמעריקאנער זענען אומגעקומען, און אויסער דעם זענען אומגעקומען 2 שוועדישע טוריסטן, איין קאנאדישער טוריסט, און א מעקסיקאנער טור-באאמטער. דער באס איז געפארן פון א קרוז שיף, וועלכע האט געהאט געאנקערט ביים וואסער נעבן מעקסיקא, און די טוריסטן זענען געווען אויפ'ן וועג צו באטראכטן היסטארישע חרוב'ע פעסטונגען און געביידעס. די מעקסיקאנער פראקורארן זאגן אז די ערשטע אויספארשונגען צייגן אז דער דרייווער האט פארלוירן קאנטראל פונעם באס, און ווען ער האט פרובירט ארויפצופארן צוריק אויפ'ן שמאלן שאסיי, האט זיך דער באס איבערגעדרייט. ווייטערדיגע אויספארשונגען ווערן געפירט.

בילד: אמעריקאנער פאטאליטעטן אין מעקסיקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל