ניו יארק - א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן פאראורטיילט א פארשוין צו 5 יאר טורמע, נאכדעם וואס יענער איז געפונען געווארן שולדיג אין מאכן באמבע סטראשונקעס און אויף אנדערע קלאגעס. די רעדע איז פון הואן טאמפסאן (Juan Thompson), א שווארצער געוועזענער זשורנאליסט פון מיזורי, וועלכער האט מיט א יאר צוריק אנגעדרייט א פאניק און טויט שרעק ביי פילע אידישע צענטערן אין אמעריקע, מאכנדיג באמבע סטראשונקעס אונטער א פאלשן נאמען, וועלנדיג אריינדרייען זיין געוועזענעם פריינט אין פעקל. עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז טאמפסאן שטייט נישט אונטער די מאסיווע כוואליע פון הונדערטער באמבע סטראשונקעס קעגן אידישע צענטערן איבער דער וועלט – נאר יענע אטאקעס האט דורכגעפירט אן איזראעלישער יוגענטליכער.

בילד: הואן טאמפסאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל